bialik

                                                          חיים־נחמן ביאַליק

   

 

 

 

From the entry

"Bialik, Ḥayim Naḥman"

by Avner Holtzman in The YIVO Encyclopedia of Jews in Eastern Europe 

 In the mid-1890s, Bialik’s letters expressed a desire to go beyond the boundaries of short lyric poetry to broader compositions, and the first fruit of this ambition was the long poem “Ha-Matmid” (The Talmud Student; 1898), based on the lives of yeshiva students. In 1899, he tried his hand at prose for the first time and published the story “Aryeh ba‘al-guf” (Aryeh the Strong Man). In that year, he also began to publish poems in Yiddish.

[...] The canonical corpus of Bialik’s Hebrew poetry contains only 130 poems, but these works form the foundation of modern Hebrew poetry. They are an integral source for readers of Hebrew literature. His 79 children’s poems, some of which were very popular, are the most significant starting point for Hebrew children’s poetry. Less significant is his poetry in Yiddish, but there, too, many of his works arouse great interest; these include the parallel works he created for his Hebrew poetry of rage: “In shkhite-shtot” (the Yiddish version of “Be-‘Ir ha-haregah”; 1906) and “Dos letste vort” (The Last Word; 1901). Generally, Bialik’s Yiddish poetry is more conventional and folk-oriented than his work in Hebrew.

 

סיפורי סופרים

ביאליק עומד למשפט

דורית גני

בשנת 1928 הלכו ביאליק ורבניצקי לבקר את חברם, משה גרנובסקי, אשר שכב על ערש דווי. בעודם הולכים ברחוב ומדברים באידיש על האיש ועל מותו הקרב פנה אליהם צעיר מ"גדוד מגיני השפה העברית" והעיר להם על שאינם מדברים עברית. ביאליק הגיב בחריפות, והצעיר בתגובה תבע אותו בבית משפט השלום העברי בתל אביב, ואף פרסם את הדבר בעיתון "דאר היום".

להלן קטע מפנייתו של ביאליק לשופטים:
"אני וחברי מר י"ח רבניצקי... עברנו ברחוב אלנבי ושוחחנו בחשאי בינינו, עפ"י הרגל של עשרים ושמונה שנים, בשפה יהודית המדוברת... בשעה זו הרגשתי שאיש אחד הולך בצדנו ומטה אזנו לשיחתנו. אחרי רגע עבר האיש לפנינו ופנה אלי בחוצפה: מדוע אין אתם מדברים עברית? עליכם לדבר עברית! ע"ז עניתי לו בעברית: אין זה עניין שלך. אין איש שואל אותך. לך לך לדרכך - לעזאזל! חוצפה!
אפשר שהמלה שלפני האחרונה היא חריפה קצת, לפי הפירוש הרגיל של המלה הזו בשוק, אבל לפי פירושה המדויק והאמיתי הוא שם הר במדבר, לא רחוק מירושלים, מהלך שתים שלוש שעות במדבר יהודה, והמקום הזה הוא, לדעתי, די מכובד לטיול בשביל אותו האיש..." (אגרות ח.נ. ביאליק, כרך רביעי, תרפ"ח-תרפ"ט) י

השופטים זיכו את ביאליק מאשמה. מתוך  דף המידע של איתמר

--------------------------------

 

ווען ביאַליק האָט דערקלערט אַז מ’דאַרף זיצן “שבעה”....

דר. כאַריטאָן בערמאַן\קיעוו“אידיש מוז אונטערגיין, ס’שטעקט דערין, פאַר- שטייט זיך, אַ טראַגיזם. איך זאָג זיך נישט אָפּ פון די שאַפונגען אין אידיש. איר השארת הנפש וועט באַשטיין פון אַ גוטע, הע- ברעאישע איבערזעצונג פון פּערעץ אָדער פון אַנ- דערע ווערק. אָבער דער גזר הדין איז אונטערגע- שריבן. מיר מעגן שוין אויסטאָן די שיך, קריעה רייסן און זיך זעצן שבעה נאָך אידיש...” עד היום ווייס איך נישט וואָס האָט באַוואויגן דעם “נאַציאָ- נאַלן דיכטער” צו זאָגן אַזעלכע ווערטער?
אַצינד, אין אָנהייב פון דעם 21טן יאָרהונדערט, רופט אַרויס אַן אומרו די פראַגע וועגן דעם אויסדויער פון דער אידישער שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור.

ס’קומט אויס צו הערן, אַז אידיש פאַרשווינדט, עס איז אַ טויטע שפּראַך. נאָר איך בין נישט מסכים מיט אַזעלכע ווערטער. דאָס וואָס ס’איז אָנגעזאַמלט, איז אייביק, און דעריבער בין איך זיכער, אַז די אידישע שפּראַך וועט נישט גיין לאיבוד, זי וועט האָבן אַ המשך.

איך דערמאָן זיך אין מיינע קינדער-יאָרן אין דער שטאָט ראָוונע. אין אָנהויב פון די דרייסיקער יאָרן איז געקומען צו אונדז דער גרויסר  פּאָעט, דער געניוס פון אונדזער צייט - ווי עס האָט געזאָגט מאַקסים גאָרקי - חיים-נחמן ביאַליק (תרל”ג-תרצ”ד, 1873-9143 ).

דאָס איז געווען אַ קאָלאָסאַלע געשעעניש: קיין ראָוונע קומט דער גרויסער נאַציאָנאַלער דיכטער, וואָס באַקלאָגט און באַוויינט די טראַגעדיעס און אומגליקן פון אונדזער פאָלק, וועלכער האָט אָבער איינצייטיק געוועקט בטחון, דערמוטיקט די באַמיאונג פאַרן איבערבוי פון פאָלק, פאַרן אויפבוי פון אַ אידישער מדינה. אַלס העברעישער פּאָעט און בויער פון דער העברעישער ליטעראַטור, רעדט ער צום נשמה פון פאָלק. ער, ביאַליק, האָבן מיר געוואוסט, שרייבט נישט נאָר לידער, דערציילונגען; ער גיט אויך אַרויס ווערק פון מיטלאַלטערלעכע העברעישע דיכטער און צוזאַמען מיט ראָווניצקין אַרויסגעגעבן דעם “ספר האגדה”, וואָס ווערט באַאַרבעט און איבערגעזעצט אין אידיש. ער רעדאַגירט און גיט אַרויס זאַמל ביכער, זעצט איבער ווערק פון דער אידישער און וועלט ליטעראַטור. ער שרייבט נישט נאָר אין העברעיש) נאָר אויך אין אידיש. זיינע געציילטע לידער און דערציילונגען אין אידיש זענען שיין און באַרייכערן די אידישע ליטעראַטור.

איר קענט זיך פאָרשטעלן ווי גליקלעך כ’בין געווען צו גיין באַגעגענען זיך מיט ביאַליקן. מיין מוטער ראָזע בערמאַן, אַ שיינע יונגע אידישע פרוי, פאָרזיצער פון דעם אידישן פרויען פאַריין אין ראָוונע און אָרגאַניזאַטאָר פון דעם ריזיקן באַנקעט לכבוד דעם גרויסן גאַסט, האָט מיך מיטגענומען מיט זיך.

דער איבערגעפולטער זאַל האָט אים באַגעגנט מיט שטורמישע אוואציעס. חיים נחמן ביאַליק האָט גענומען אַ וואָרט און - איך געדענק עס ווי היינט - האָט געזאָגט: “אַלע האַלטן מיך נאָר פאַר אַ העברעאישן דיכטער, אָבער דאָס איז נישט ריכטיק, איך בין אויך אַ אידישער דיכטער”.

אויף אַן עכטן וואָלינער אידיש האָט ער צוגעגעבן: “ס’איז טאַקע זייער גוט, וואָס איך זע אויף די טישן דעם געשמאַקן וואָלינער שטרודל, פאַרגעסט אָבער ניט, מיינע טייערע, דעם געשמאַקן וואָלינער אידיש, רעדט אויף אידיש, די שפּראַך אויף וועלכער עס האָבן שוין הונדערטער יאָרן גערעדט אונדזערע אבות. פאַרגעסט נישט אַז אידיש איז דער אוצר פון אונדזער פאָלק!” אַזוי האָט געזאָגט דער גרויסער חיים-נחמן ביאַליק.

איז דאָך זייער שיין און גוט, דאָס אידישע פאָלק האָט צוויי שפּראַכן: עברית און אידיש.

אָבער ווי איך געדענק, אין אַ קורצער צייט אַרום האָט אַ גרויסן שטורעם, פאַרביטערונג און פּראָטעסט ביי מיינע עלטערן - הייסע אידישיסטן און נישט קיין קליינע העברעטיסטן - און ביי זייערע פריינט, אַרויסגערופן ח.נ. ביאַליקס אַרויסטריט אין 1931, ווען ער האָט באַזוכט פּוילן און דערקעלרט:

“אידיש מוז אונטערגיין, ס’שטעקט דערין, פאַרשטייט זיך, אַ טראַגיזם. איך זאָג זיך נישט אָפּ פון די שאַפונגען אין אידיש. איר השארת הנפש וועט באַשטיין פון אַ גוטע, העברעאישע איבערזעצונג פון פּערעץ אָדער פון אַנדערע ווערק. אָבער דער גזר הדין איז אונטערגעשריבן. מיר מעגן שוין אויסטאָן די שיך, קריעה רייסן און זיך זעצן שבעה נאָך אידיש...”

איך געדענק וויפל וויכוחים און טענות די ווערטער פון ביאַליק האָבן אַרויסגערופן ביי מיינע עלטערן און זייערע פריינט. כ’געדענק וויפל אידישיסטישע פּען מענטשן, צווישן זיי אהרן צייטלין, מלך ראַוויטש, נחמן מייזל, און אַנדערע, זיינען געווען זייער ברוגז אויף דער אומדערוואַרטערער, נעגאַטיווער אַרויסזאָגונג פון ח.נ. ביאַליקן קעגן אידיש.

אַפילו איצט, אַז עס איז דורכגעגאַנגען צענדליקער יאָרן, קלער איך, וואָס האָט געצוואונגן ביאַליקן, דעם וואָלינער איד, וועלכער האָט געשריבן אין אידיש, פלעגט שרייבן זיין לעבנס פריינט מאניע, בריוו אין אידיש-לשון און פלעגט פירן אַזוי ווי דעמאָלט אין ראָוונע געמיטלעכע געשפרעכן אין דעם לשון - וואָס האָט אים באַוואויגן צו זיצן “שבעה” אויף אידיש?

עד היום ווייס איך נישט וואָס האָט באַוואויגן דעם “נאַציאָנאַלן דיכטער” צו זאָגן אַזעלכע ווערטער?

איך קען נישט פאַרגעסן זיינע ווערטער אויף דעם באַנקעט לכבוד אים אין ראָוונע: “פאַרגעסט נישט, אַז אידיש איז דער אוצר פון אונדזער  פאָלק”. טאָ פאַרוואָס איז ער אַרויס קעגן אידיש?

אַוודאי איצט, צענדליקער יאָרן נאָך זיין טויט, איז שווער צו געפינען די אמתע סיבות.

מעגלעך, אַז דער אידישער שרייבער שלום אַש איז גערעכט אין זיין בריוו צו מיר, “אַז אין  דעם גרויסן אויפבלי, אַנטוויקלונג פון אידיש, אידישער ליטעראַטור, פּרעסע, שול-וועזן, די גלענצענדע אַרבעט פון ‘ייוואָ’, די פיל צוזאָגנדיקע, אָפּטימיסטישע פּערספּעקטיוון פאַר אידיש האָט דער פּאָעט, דער העברעאישער ח.נ. ביאליק געזען און געפילט אַ געפאַר, אַן ערנסטע שטערונג, אַ דאַמבע צום פאַרווירקלעכונג פון זיין טרוים, אַז אידיש דאַרף פאַרשווינדן און פאַרביטן ווערן דורך העברעאיש... האָט אַ אינערלעכע, באַהאַלטענע, מיסטעריעזע רעגונג, עמאָציע, אים געשטויסן צו אַזאַ אימפּולסיוון און עקסטרעם פיינאלעכן אַרויסטריט קעגן אידיש”.

וואָס שייך זיינע באַציאונגען צום אידישן לשון, זענען זיי געווען פאַרשידענע און אפשר סתירותדיקע. איך גלויבן, אַז ביאַליק האָט אידיש אי ליב געהאַט, אי נישט ליב געהאַט, און אפשר איז דאָס געווען אָפּהענגיק אין פאַרשידענע צייט אָפּשניטן פון דער סביבה. עס איז אפשר געווען אָפּהענגיק אין די ראָלע פון אידיש אין יענע יאָרן אין פּוילן, אַמעריקע, רומעניע, ווען אידיש איז דאַן געווען רייך מיט גרויסע פּערספּעקטיוון, ווען מיליאָנען אידן האָבן גערעדט און ליב געהאַט אונדזער טייערע מאַמע לשון. און פאָרט האָט ח.נ. ביאַליק געשריבן אין אידיש, ער האָט מיט זיינע לידער און דערציילונגען באַרייכערט די אידישע ליטעראַטור.

מיין ליבע צו חיים-נחמן ביאַליק איז גרויס, נאָר מיינע טענות צו אים זענען נישט קיין קליינע. אַזוי פיר איך פון צייט צו צייט אַ “וויכוח” מיטן גרויסן נאַציאָנאַלן פּאָעט, סיי בכתב און סיי בעל פּה.

ניין, חיים נחמן ביאַליק האָט אַ טעות געמאַכט. דאָס אַלץ וואָס ס’קומט אַ צינד פאָר, בפרט אין אוקראַינע, וואו מיר האָבן גינסטיקע באַדינגונגען פאַר אידיש, צווינגט אונדז קומען צום אויספיר, אַז די אידישע שפּראַך און איר ליטעראַטור איז אייביק, און וועט האָבן אַ גוטן המשך.

  געדרוקט אין אלגעמיינעם זשורנאל Posted on March 15, 2007

דעם דאזיקן ארטיקל, ווי עס איז ארויס אינעם "אלגעמיינעם זשורנאל קען מען לייענען דא

 

 

------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------

 
 
 
 
פֿון רעכטס: אומבאַקאַנט, ש״י עגנון, פּרץ הירשביין, חיים־נחמן ביאַליק, מאַניע ביאַליק, תּל־אָבֿיבֿ, 1927

פֿון רעכטס: אומבאַקאַנט, ש״י עגנון, פּרץ הירשביין, חיים־נחמן ביאַליק, מאַניע ביאַליק, תּל־אָבֿיבֿ, 1927

Forward Association

(עטלעכע זכרונות און מחשבֿות צו זײַן 74סטער יאָרצײַט)

איך געדענק עס זייער גוט, עס איז נאָך טיף אײַנגעקריצט אין מײַן זכּרון. אין אַ הייסן זומער־טאָג, כ״א תּמוז, תרצ״ד — 1934, בין איך געפֿאָרן באַזוכן מײַנע חבֿרים אין דעם באַוואַלדיקטן שטעטל נאָוואָיעלניע, ניט ווײַט פֿון מײַן היים־שטעטל, וווּ עס האָט זיך דאַן געפֿונען דער זומער־לאַגער פֿון דער יוגנט־גרופּע פֿון שומר־הצעיר. דאָס דאָזיקע שטעטל איז געווען באַקאַנט ווי אַ קילע זומער־דאַטשע, וואָס האָט צוגעצויגן יוגנ און אַלט פֿון די ייִדישע ייִשובֿים אַרום און פֿון די גרעסערע שטעט, ווי סלאָנים, נאַוואַ­רעדאָק (נאָוואָגרודאַק), באַראַנאָוויטש א"אַ.

שוין בײַם איבערטרעטן די שוועל פֿון דער וועראַנדע, האָב איך באַמערקט אויף דער וואַנט אַ גרויסע טרויער־מעלדונג אין אַ שוואַרצער ראַם, מיט קידוש־לבֿנה־אותיות: חיים־נחמן ביאַליק איננו! (חיים־נחמן־ביאַליק איז נישטאָ!) בײַ דער זײַט אין דער ראַם, אַנשטאָט אַ בילד פֿון דעם דיכ­טער, איז געווען אָנגעקלעפּט איינע פֿון די מאַרקעס, וואָס דער “קרן־קימת לישׂראל" האָט אין יענעם יאָר אַרויסגעגעבן לכּבֿוד דעם דיכטערס 60סטן געבוירן־טאָג, וואָס מיר שילער פֿון דער העברעיִשער “תּרבות"־שול האָבן געפֿײַערט במשך דעם גאַנצן לערן־יאָר.

מיר האָבן געלערנט זײַנע לידער אויף אויסווייניק, מיר האָבן געזונגען זײַנע לידער מיט זייערע זיסע מעלאָדיעס, מיט האַרץ און געפֿיל... מיר האָבן בײַגעשטײַערט אונדזערע גראָשנס צום “קרן־קימת" און באַקומען מאַר­קעס מיט זײַן בילד, מיט וועלכע מיר האָבן באַ­צירט אונדזערע לערן־ביכער און העפֿטן...

דערזעענדיק די טרויער־מעלדונג וועגן זײַן פּטירה אין דער שוואַרצער ראַם מיט זײַן בילד, האָט עס מיך, דעם 12־יאָריקן ייִנגל, אַזוי דערשיטערט, אַז איך האָב אויסגעבראָכן אין אַ געוויין, ווי דער פֿאַרשטאָרבענער דיכטער ח"נ ביאַליק, וואָלט געווען איינער פֿון מײַן נאָענטער משפּחה...

* * *

במשך לאַנגע דורות, פֿאַר און נאָכן חורבן, האָט מען אין די תּפֿוצות, אין די העברעיִשע שולן און לערן־אַנשטאַלטן, און אין די ציוניסטישע יוגנט־אָרגאַניזאַציעס אין די שולן און קיבוצים פֿון ישׂראל ניט אויפֿ­געהערט צו לערנען די שאַפֿונגען און צו זינגען די לידער פֿון ביאַליק. פֿון די קינדער־גערטנער ביז די מיטלשולן, וווּ עס איז געווען אַ טייל פֿון די מאַטריקולאַציע־עקזאַמענס, האָט מען ניט פֿאַרפֿעלט צו ווידמען גענוג צײַט פֿאַר די שאַפֿונגען פֿון דעם דיכטער.

אַזוי ווי ביאַליקס יאָרצײַט פֿאַלט אויס אין די טעג פֿון די זומער־וואַקאַציעס אין די שולן, ווערט זײַן געבוירן־טאָג, י’ בטבֿת, יעדעס יאָר אָפּגעמערקט אויף אַ ברייטן אופֿן, אין וועלכן מען הייבט אַרויס דעם וויכטיקן און בכּבֿודיקן פּלאַץ וואָס דער דיכטער און זײַנע שאַפֿונגען פֿאַרנעמען אין דעם קולטורעלן און נאַציאָנאַלן לעבן פֿון אונדזער פֿאָלק בכלל און דעם שולוועזן פֿון אונדזער מדינה בפֿרט.

די תּלמידים פֿון די ישׂראל־שולן באַזוכן דעם בית־ביאַליק — דאָס הויז, אין וועלכן דער דיכטער און זײַן פֿרוי מאַניע האָבן געוווינט אין תּל־אָבֿיבֿ, וואָס דינט איצט ווי אַ מוזיי, אַנטהאַלט זײַן גרויסע ביבליאָטעק, וווּ מען באַקענט זיך מיטן לעבן און שאַפֿן פֿון דעם דיכטער, און וווּ עס קומען אָפֿט פֿאָר סעמינאַרן און אימפּרעזעס אין זײַן אָנדענק.

ביאַליק איז געווען און פֿאַרבליבן דער נאַציאָנאַלער משורר — “המשורר הלאומי" — דער נאַציאָנאַלער דיכטער פֿון ייִדישן פֿאָלק — אַ טיטל און כּבֿוד וואָס קיין אַנדער דיכ­טער האָט ניט באַקומען אין אונדזער צײַט.

אין דער ייִדישער מדינה האָט מען אויף זײַן נאָמען אָנגערופֿן גאַסן פֿון שטעט און שטעטלעך: “רחובֿ ביאַליק", “קרית ביאַליק", “שׂדרות ביאַליק" א״אַ. זײַן בילד פֿיגורירט אויף פּאָסט־מאַרקעס און געלט־באַנקנאָטן, עס זענען עטאַבלירט געוואָרן פֿאַרשיידענע ליטעראַטור־פּרײַזן אויף זײַן נאָמען אאַז״וו.

* * *

איך געדענק נאָך זייער גוט ווען מיר, די תּלמידים אין איינעם פֿון די נידעריקע קלאַסן אין דער עלעמענטאַר־שול “תּרבות" האָבן זיך באַקענט, צום ערשטן מאָל מיט דער פּאָעטישער שאַפֿונג פֿון ח"נ ביאַליק. אונדזער העברעיִש־לערער, מר (הער) צוקער­מאַן האָט ער געהייסן, האָט פֿאַר אונדז מיט פֿיל געפֿיל און עקסטאַז פֿאָרגעלייענט ביאַ­ליקס ערשט ליד “אל הציפּור" — "צום פֿייגעלע".

מיר זענען געווען ממש פֿאַרכאַפּט פֿון די שילדערונגען וועגן אַ קליין פֿייגעלע וואָס קומט צו פֿליִען אין אַ ווינטערדיקן פֿרימאָרגן צו דעם דיכטערס פֿענצטער און ער באַגריסט עס מיט די פֿאָלגנדיקע ווערטער:

שלום רבֿ שובֿך, ציפּורה נחמדת,
מארצות החום אל חלוני,
אל קולך כּי ערבֿ, מה נפֿשי כּלתה
בחורף בעזבך מעוני.

און ער פֿרעגט עס:

התּשאי לי שלום מאַחי בציון
מאַחי הרחוקים, הקרובֿים?
הוי מאושרים! הידעו ידוע
כּי אסבול, הוי אסבול מכאובֿים?

* * *

גוט־ליב דיר דײַן קומען, דו, פֿייגעלע טײַערס,
פֿון וואַרעמע לענדער צוריק —
אַ ווינטער לאַנג האָב איך געבענקט נאָך דײַן זינגען,
געגאַרט נאָך די טרעלן פֿון גליק.

צי ברענגסטו אַ גרוס פֿון די ברידער אין ציון,
פֿון נאָענט־ווײַטע ברידער אַ גרוס?
אוי, גליקלעכע מענטשן, צי ווייסן זיי, פֿילן,
וואָס דריקט און וואָס פּײַניקט מײַן ברוסט?
(ייִדיש־איבערזעצונג: י.י. שוואַרץ)

מיר זענען אַלע מיטגעריסן געוואָרן פֿון די דאָזיקע קלאַנגען. אין אונדזערע יוגנט־פֿאַנטאַזיעס האָבן מיר געזען פֿאַר די אויגן דאָס קליינע פֿייגעלע, וואָס ברענגט גרוסן פֿון אונדזערע ברידער אין ציון, און אויך מיר פֿרעגן עס די ווייטיקלעכע פֿראַגע: “צי ווייסן זיי וואָס מיר פֿילן, וואָס דריקט און פּײַניקט אין אונדזער ברוסט?" און ווען דער לערער האָט נאָך אויך אויסגעזונגען דאָס ליד מיט דעם האַרציקן ניגון, זענען מיר ממש געווען דערשטוינט.

אין די שפּעטערדיקע יאָרן, ווען מיר זענען געווען מער באַהאַוונט אין דער העב­רעיִשער שפּראַך, האָבן מיר נאָך מער באַנומען דעם מיין פֿון יעדן וואָרט און נאָך מער געוואָרן באַווירקט פֿון דעם פּאָעטישן, מאָלערישן כּוח פֿון דעם דיכטער.

פֿאַר אונדז, יוגנטלעכע, וועלכע זע­נען געבוירן און אויפֿגעוואַקסן אין די קליי­נע שטעטלעך, אַרומגערינגלט מיט טיפֿע, סודות­דיקע וועלדער און פֿעלדער, מיט בליִענדיקע פֿרילינגס און אומעטיקע, פֿאַר­כמאַרע­טע האַרבסטן, מיט ווינטערדיקע שניייִקע פּיי­זאַזשן, וואָס זענען געווען גענוי ענלעך צו דער סבֿיבֿה און די נאַטור־דער­שײַנונגען אין פּאָדאָליע, וואָלין, וווּ דער יונגער ביאַליק איז אויסגעוואַקסן און פֿון וועלכע ער האָט געצויגן זײַן יניקה פֿאַר זײַן פּאָעטישער מוזע און אינספּיראַציע, — האָט זײַן פּאָעטיש גע­זאַנג געקלונגען באַזונדערס היימיש.

ביאַליק האָט זיך אין גאַנצן באַהאָפֿטן מיט דעם לעבנס־שטייגער פֿון זײַנע קינ­דער־יאָרן, פֿון זײַן משפּחה, פֿון זײַן אָרע­מער שטוב, וואָס איז שפּעטער געוואָרן אַזוי אויסדריקלעך געשילדערט אין זײַנע שאַפֿונגען, און איז געוואָרן אַן אָפּשפּיגלונג פֿון דעם אַלגעמיינעם מצבֿ אין די דעמאָל­טיקע שטעטלעך אין מיזרח־אייראָפּע אין זײַנער צײַט.

איז דאָך ניט קיין וווּנדער, וואָס זײַנע שאַפֿונגען האָבן “גערעדט צו אונדז". מיר האָבן זיך פֿולקאָם אידענטיפֿיצירט מיט זיי בלבֿ־ונפֿש...

ניט געקוקט אויף דעם אָרעמען, ביד­נעם מאַטעריעלן מצבֿ, וואָס האָט געהערשט אין די ייִדישע הײַזער, האָט דער דיכטער ניט פֿאַרפֿעלט אויך צו שילדערן געוויסע וואַרעמע, ליבע אַספּעקטן אין דעם דעמאָל­טיקן טראַדיציאָנעלן לעבנס־שטייגער, ווי דעם שבת אין זײַן אָרעמער היים. אין זײַן ליד “מײַן מאַמע, זכרונה לבֿרכה..." דער­ציילט ער:

מײַן מאַמע, זכרונה לבֿרכה, געווען איז אַ גרויסע צדקת,
אַ וויסטע אַלמנה געזעסן.
איין פֿרײַטיק פֿאַר נאַכט – ס’גליט די שקיעה אין שפּיצן פֿון ביימער,
און שטוב — נישט קיין ליכט, נישט קיין עסן.

זי זוכט — און מיט נסים פֿון הימל געפֿונען צוויי פּרוטות.
“ברויט אָדער ליכט?" — מיט דער דעה געשלאָגן.
זי לויפֿט, קומט צוריק — אין איר מאָגערער האַנט אַ מתּנה:
צוויי ליכט אויף צום בענטשן געטראָגן.
(ייִדיש־איבערזעצונג: י.י. שוואַרץ)

אין זײַן קורץ עסיי וועגן חיים־נחמן ביאַליק, שרײַבט דער באַקאַנטער ליטע­ראַטור־קריטיקער אַבֿרהם ליס אין “היים און ציון" (י.ל. פּרץ־פֿאַרלאַג, 1969): “..אין זײַנע אַלע שאַפֿונגען איז דאָ טיפֿע דיכטע­רישע איבערלעבונגען. אויף אַלע זײַנע שאַפֿונגען איז דאָ דער חותם פֿון זײַן גרויסער פּער­זענלעכקייט... אויף אַלץ הויכט זײַן וואַרע­מער קינסטלערישער אָטעם", — און ער פֿרעגט טאַקע: “ווער האָט ביז אים אַזוי לעבעדיק געשילדערט אַ ייִדיש­היים? ווער האָט ביז אים אין דער העברעיִשער דיכטונג אַרויסגעבראַכט און געשיל­דערט די פֿאַרשניטענע פּליינען און די שטעטלשע אָרעמקייט אַזוי ליריש און קרעפֿ­טיק אין אויסדרוק, סאָציאַל (און ייִדיש־פֿאָלקס­טימ­לעך) און נאַציאָנאַל אין מאָטיוו?"

מיט 20 יאָר צוריק, צו ביאַליקס 54סטער יאָרצײַט, האָט אויך דער ליטעראַטור־קריטי­קער שמעון קאַנץ אין תּל־אָבֿיבֿ, מיט די דאָזיקע ווערטער געשילדערט די גרויס­קייט און קרעפֿטיקייט פֿון ביאַליקס פּאָעזיע: “ווי עס איז די העכסטע ליריק, וואָס וויל אָביעקטיוו אויסדריקן ניט נאָר סוביעק­טיווע ליידן, נאָר די ליידן פֿון אַ גאַנץ פֿאָלק. זײַן פּאָעזיע איז ענלעך צו דער נבֿיאישער, עס פֿלאַקערט אין איר אַ שטו­רעמדיקע נשמה, אַן אומרויִק צעבלו­טיקט האַרץ, וואָס וואַרפֿט אַרום זיך אַ קראַנץ פֿון שטראַלן פֿון אַ שטראַלנדיק געפֿיל־לעבן. פֿון אַ לעבן, וואָס איז צו רײַך, אַז אַ געוויינלעך האַרץ זאָל דאָס קענען אויסהאַלטן. דערפֿאַר האָט ער געמוזט אויסשמידן טאַקע אַ האַרץ פֿון שטאָל און אײַזן..."

זײַן באַרימטע פּאָעמע “אין שחיטה־שטאָט", הייבט ער טאַקע אָן מיט די מורא­דיקע ווערטער:

פֿון שטאָל און אײַזן, קאַלט, און האַרט און שטום,
שמיד אויס אַ האַרץ פֿאַר זיך, דו מענטש, — און קום!

“זינט די טעג פֿון די נבֿיאים", שרײַבט שמעון קאַנץ, “זינט דעם נבֿיא יחזקאל, וועלכער האָט גערעדט ווערטער פֿון צאָרן, זינט ירמיהו איז געשטאַנען אויף די חורבֿות פֿון ירושלים און געזונגען דאָס ליד פֿון אונטערגאַנג, זענען ניט געזאָגט געוואָרן אַזעלכע ווערטער, ווי די מיט וועלכע עס ענדיקט זיך ׳אין שחיטה־שטאָט׳. דער האַס, די פּײַן און די פֿאַרצווייפֿלונג, דערהייבן זיך צו אַזאַ קראַפֿט, וועלכע מאַכט ציטערן די ערד און וועט קלינגען איבער אַלע דורות!

און איצט — גענוג. אַנטלויף, דו, מענטש, אַנטלויף אויף אייביק!
אין וויסטן מידבר לויף — און ווער משוגע!
צערײַס אויף טויזנט שטיקער דײַן נשמה
און וואַרף אַרויס דײַן האַרץ פֿאַר ווילדע הינט;
און לאָז דײַן טרער אַראָפּפֿאַלן אויף הייסע שטיינער,
און דײַן געשריי זאָל אײַנשלינגען דער שטורעם...
(ייִדיש־איבערזעצונג: י.י. שוואַרץ)

"די מענטשהייט האָט ווייניק ווערק פֿון דעם סאָרט", — שטרײַכט אונטער שמעון קאַנץ אין זײַן שאַרפֿן אויסדריקלעכן עסיי “זײַן וואָרט קלינגט איבער דורות".