bialik

                                                        מיין גאָרטן 

 

ווילט איר, אפשר, זיין אַ בעלן

אָנקוקן מיין שיינעם גאָרטן –

זייט זשע מוחל, קומט אַרויס,

קוקט אים אָן – אָט שטייט ער דאָרטן!

 

אָן עין־הרע גרויס און רייך –

כ'זאָג אייך, איינער אין דעם שטעטל.

זעט נאָר, ווי עס קוועלט אין אים

יעדער בוים און יעדעס בלעטל...

 

אויסגעצוואָגן פון דעם טוי,

פון די שטראַלן אויסגעבאָדן,

שטייען ביימער אַלערליי

מיט די פּירות אָנגעלאָדן.

 

שווערע עפּל, רויטע עפּל

בייגן צו דער ערד די צווייגן,

און די באַרן – זעט נאָר באַרן –

הענגען שטיל זיך דאָרט און שווייגן.

 

שוואַרצע וויינשל בלינצלען עפּעס

ממזר'ש, גנבה'ש, ווי מיט אויגן...

נו, און פלוימען – אָט די פלוימען –

מיט אַ בלויען הויך באַצויגן...

 

היינט די פּערשקעס – איין מאָל פּערשקעס!

פּוכלע, העריק, פריש און איידל,

פּונקט ווי קיילעכיקע בעקלעך

פון אַ פופצן־יעריק מיידל...

 

יאָ, אַדאַנק זיין ליבן נאָמען,

כ'האָב אַ רייכן, שיינעם גאָרטן!

אָן עין־הרע אָנגעפּאַקט

פּירות, פרוכט מכל־הסאָרטן.

 

כ'האָב אים, אָט דעם שיינעם גאָרטן,

ס'זאָל אים קיין בייז אויג נישט שאַטן,

ליב דאָס לעבן; שייך ליב? –

כ'זאָג אייך: עפּעס ווי אַ טאַטן...

 

זומער־לעב נאָך מיטאָג. היינו:

נאָך אַ יויך און נאָך געבראָטנס,

נעם איך און פאַרשטעק זיך טיף

צעלייג זיך דאָרט אין שאָטנס –

 

ברייטלעך אָט־אָ־דאָ, למשל,

אונטערן באַרנבוים דעם גרויסן...

מיני פייגל אַלערליי,

שדים ווייסן, ווי זיי הייסן –

 

הם... קאַנאַריקלעך, אַשטייגער,

זינגען, קלינגען, קנאַקן, שאַלן

און דאַס שיט זיך אויף מיין קאָפּ

מיט געזיפּטע ברעקלעך שטראַלן...

 

טוט זיך נאָר דער בוים אַ טרייסל –

באַלד צעלויפט זיך אויף דעם שאָטן,

גיך, ווי מייזלעך, פלעקן גאָלד –

איך ווער מיט גאָלד באַשאָטן...

 

און זיי פּלאָנטען זיך אין באָרד,

און זיי קריכן אין די אויגן,

קיצלען, ראַנגלען זיך – פרעגט וואָס?

נישט געשטויגן, נישט געפלויגן...

 

מאַכן חוזק פון אַ יידן,

כ'ווייס נישט, וואָס זיי ווילן האָבן:

הוידען, גליטשען זיך אויף מיר –

טפו, אַ רוח אין זייער באָבען!...

 

ליגנדיק אַזוי און זען,

ווי עס ציטערט יעדעס בלעטל –

דאַכט זיך מיר, איך וויג זיך שטיל

אין אַ גאָלד געפלאָכטן בעטל...

 

און פאַרקוקן זיך גלאַט אַזוי

אויף די פּיצלעך, שטיקלעך הימל...

און עס וועבט זיך אויף די אויגן

זיס אין ווייך און שטיל אַ דרימל...

 

ווייסט איר: ווייך און זיס אַזוי...

עפּעס מעשה יצר־הרע... –

יאָ, וואָס זאָגט איר? דאַנקען גאָט –

ס'איז אַ גאָרטן אָן עין־הרע!

 

טרעפט זשע, וואָס איך בין אַ בעלן

טאָן, אַשטייגער, מיט מיין גאָרטן? –

באַלד אם־ירה־שם נאָך תמוז –

נעם איך – רייס אַרום די פרוכטן...

 

ראשית, וועל איך אָט די וויינשל

פון דעם בוים מחילה ביטן,

און וועל האַלב מיט בראָנפן "שטעלן"

און מיט צוקער האַלב אָנשיטן –

 

ווישניאַק, הייסט דאָס, ווי איר ווילט –

ווילט איר זיסן, ווילט איר שטאַרקן...

כאַפּט זשע נישט, איצט לאָמיר נעמען

אָט די פּערשקעס, וואָס ביים פּאַרקאַן...

 

אָט די פּערשקעס, ווי איר זעט זיי,

באַלד ווי נאָר זיי ווערן פאַרטיק,

פּרעגלט "מיינע" איינגעמאַכטס –

אָבער איינגעמאַכטס גרויסאַרטיק!

 

ס'איז כדאי אים אָנצוקוקן.

יאָ, איך מעג דאָס אייך פאַרגינען...

פון דעם בוימלדיקן סיראָפּ

שיינען פּערשקעס, ווי בורשטינען...

 

האָב איך אייך געזאָגט גרויסאַרטיק –

מעגט איר זיך אויף מיר פאַרלאָזן:

"מיינע", דאַנקען גאָט, פאַרשטייט,

ווי מען טוט מיט אַפּריקאָסן...

 

נאָכדעם גייט אַ סדרה פלוימען...

כאַפּט זשע נישט און לאָזט זיך ריידן –

פון די פלוימען ווערט פּאָווידלע –

און פּאָווידלע – טעם גן־עדן!

 

צוויי מעת־לעת געפּרייט אין אויוון

אין אַן עמער־טאָפּ אַ גרויסן

מיט געווירצן, רייבט מען נאָכדעם... –

נישט דאָס אָבער בין איך אויסן...

 

כ'זאָג אייך: ס'איז אַ מאכל –  היינו:

ברויט, למשל, צו באַשמירן...

איצטער –  יעמוד ר' בערל!

באַרן, הייסט דאָס, איינמאַרנירן...

 

ווילט איר פון מאַרנירטע באַרן

זיין, ווי זאָגט מען, עכט צופרידן –

זאָלט איר טאָן אַזוי ווי "מיינע":

פריער דעם עסיק איבערזידן, –

 

און פאַרשטייט זיך, אַז מיט צוקער,

מיט געווירץ און לאָרבער־בלעטער!

נאָר די באַרן גופא זאָלט איר

דאָרט אַריינלייגן ערשט שפּעטער...

 

גאַנצערהייט, נאָר אָפּגעשיילטע,

מיט די שטעקעלעך אפילו –

און איר מעגט שוין זיין באַוואָרנט –

ס'וועט נישט צוקערן, חלילה...

 

אָפּגעטאָן די באַרן זייערס –

הייבט איר אָן די עפּל רייסן;

און פון עפּל האָט איר צימעס,

קוגל, קנישעס צום פאַרבייסן.

 

מיינט איר אפשר דאָס איז גאָר? –

פע, אַזוי איז מעשה פרעסער!...

דווקא פון די שענסטע עפּל

שטעל איך עפּל־קוואַס דריי פעסער...

 

ווייסט איר, שבת נאָכן שלאָף

אין אַן אָסיען־טאָג, אַ מיאוסן,

ווען עס ווילט זיך, נאָר מען קאָן נישט

נישט קיין גענעץ טאָן, נישט ניסן...

 

און סע גלוסט זיך, נאָר מען ווייסט נישט

זיס צי זויערס? עפּעס ווייניקס... –

דעמאָלט איז אַ ביסל קוואַס

מיט אַ קיסליצע – אַ תּענוג!...

 

דוכט זיך – גאָרנישט, קלייניקייטן –

נאָר די אַלע זיבן זאַכן

וועלן, מ־ירצה־שם, מיין שטוב

זומערדיק אום ווינטער מאַכן.

 

אין די ווינטערנעכט די גרויסע,

קומען גוטע ברידער שמיסן,

מיך מהנה זיין, דערווייל

טאַקע עפּעס גוטס געניסן...

 

זיי אַרומזעצן ביים טיש,

וועל איך אַ געשריי טאָן: "פאַניע"!

"מיינע", הייסט דאָס – נו, באַווייז זיך, –

זיי מכבד "די קאָמפּאַניע"!

 

מילא, רעדט מען נישט פון טיי,

קיכלעך, קאָרזשעס, פלאָדן, טאָרטן

און כדומה דאָרט געבעקסן –

נאָכדעם – יעמוד מיין גאָרטן!

 

און אין איין מינוט וואַקסט אויס

אויף מיין טיש אינמיטן ווינטער

באַרן, פלוימען, פּערשקעס, וויינשל –

און סע ווערט, ווי זאָגט מען, מונטער...

 

באַרן – מיינט מען איינמאַרנירטע;

וויינשל – מיינט מען ווישניאַק שוואַרצן;

פלוימען, פּערשקעס – הייסט פּאָווידלע

און כדומה איינגעמאַכטסן.

 

און דער עולם כאַפּט זיך צו –

שטערנס שוויצן, פּיסקעס קנאַקן,

און מען אַרבעט לאַנג, געשמאַק

און מען רייבט אויף ביידע באַקן.

 

עפּעס אויך די ליכט, די וואַרעם

ווערן פריילעכער, געשמאַקער,

און מיין בליצלאָמפּ, דוכט זיך, ברענט נישט

מיט אַ פלאַם, נאָר מיט אַ פלאַקער...

 

אויך די צינגלעך ווערן שאַרפער

און סע בליצט אַ שפּיציק ווערטל,

באַלד, נישט אויסגערעדט זאָל זיין,

גייט מען איבער צו אַ קערטל...

 

און פאַרטיפט מיט זיי אינאיינעם

אין געווינסן און אין שאָדן –

הער איך איינער, ווי סע קלאַפּט מיר

שטילערהייט אַ בוים אין לאָדן:

 

"בעל־הבית! אוי, מיר איז פינצטער!

בעל־הבית! אוי, מיר איז ביטער!

נאַקעט בין איך, און דער ווינט שמייסט

מיך אַליין מיט מיינע ריטער"

 

כאַפּט מיך אָן ביים האַרץ און טו,

מישנדיק דאָס טעשל קאָרטן,

אַ קליין קרעכצל: "נעבעך, נעבעך,

אַ רחמנות אויף מיין גאָרטן!"