bialik

כ'בין...                       

 

כ'בין ניט אויף אייער רוף געגאַנגען,

איך קום צו אייך מיט זיבן וועגן;

איך פאַל אויף אייך, ווי טוי אויף זאַנגען,

און ווי אויף טרוקן גראָז דער רעגן.

 

אומזיסט האָט איר גערוישט, געליאַרעמט

און מיך באַגעגנט מיט געזאַנג:

איך האָב פאַר אייך אַ טויב געוואַרעמט,

און אויסגעפּיקט האָט זיך אַ שלאַנג.

 

און זעט: מיך רירט ניט אייער שאַלן,

און אייער הילכיקער גערוס

ליגט טויט צו מיינע פיס געפאַלן

און איך צעטרעט אים מיט דעם פוס.

 

פון אייער אויסגעלאָשן אויג

בין איך דער לעצטער שוואַרצער בליץ,

פון אייערע פאַרקלעמטע ציין –

דער לעצטער צאָרנדיקסטער קריץ.

 

און רעד איך – מוזן הימלען שטומען,

די ערד באַוועגט זיך ניט פון אָרט;

די שטיינער קייקלען זיך און קומען

און שלינגען דאָרשטיק גאָטס אַ וואָרט.